װאָס איז „װים?“ אַ תּירוץ אין צען קילאָבײַטן. װים )„פֿאַרבעסערט װי“( איז אַ נאָכמאַך פֿון „װי“, דאָס הײסט, אַ פּראָגראַם ענלעך צום קאָמפּיוטער װאָרטירער פּראָגראַם „װי“. װים אַרבעט אין טעקסט־מאָדע אױף װעלכן־ניט־איז טערמינאַל, אָבער ער פֿאַרמאָגט אױך אַ גראַפֿישן ניצטער־צובינד, דאָס הײסט, מעניוס און אונטערשטיץ פֿאַר דעם מײַזל. בנמצא: װים איז בנמצא אױף אַ סך פּלאַטפֿאָרמעס און האָט אַ סך פֿעיקײַטן אין קעגנזאַץ מיט „װי“. )http://www.vim.org/viusers.php(. װים איז צוגעפּאַסט צו כּמעט אַלע „װי“ באַפֿעלן, אַחוץ „װיס“ פֿעלערן. אָפּעריר־סיסטעמען: װים לאָזט זיך געפֿינען אױף אַ סך סיסטעמען: AmigaOS, Atari MiNT, BeOS, DOS, MacOS, NextStep, OS/2, OSF, RiscOS, SGI, UNIX, VMS, Win16 + Win32 (Windows95/98/00/NT( און בפֿרט FreeBSD און Linux. קאָפּיר־רעכטן: די קאָפּיר רעכטן זײַנען אין די הענט פֿון דער הױפּט מחבר און אױפֿפּאַסער, Bram Moolenaar . װים איז „צדקה־װאַרג“; מען בעט איר זאָלט שיקן אַ נדבֿה צוליב די יתומים אין אוגאַנדאַ )זעט „:help uganda“(. קװאַל־טעקסט: װימס קװאַל־טעקסט איז עפֿנטלעך: מען לאַדט יענעם אײנעם אַרײַן העלפֿן פֿאַרבעסערן! פֿעיקײַטן: אָנהײבערס װאָרטירער, ניצער־פֿרײַנטלעך: װים איז אַ סך גרינגער פֿאַר אָנהײבער װי „װי“ צוליב זײַן גרױסאַרטיקן צוגעשטעלטן געהילף, זײַן באַפֿעלן undo און redo )זאָרגט זיך ניט װעגן פֿעלערן; מען קען בלױז אָפּמעקן און נאָכטאָן!(, אונטערשטיץ פֿאַר דעם מײַזל, און צופּאַסלעכע בילדלעך און מעניוס )גראַפֿישע ניצער־צובינד(. אותיות קאָדן און טערמינאַלן: װים שטיצט אונטער דעם is-latin1 אותיות קאָדן און דעם termcap טעקע. )פּראָסטער „װי“ האָט צרות מיט זײ.( אותיות און שפּראַכן: װים שטיצט אונטער שרײַבן פֿון רעכטס ביז לינקס )װי מיט אַראַביש, פֿאַרסי, ייִדיש, עבֿרית( און „multi-byte“ טעקסטן, דאָס הײסט, שפּראַכן מיט גראַפֿישע אותיות קאָדירט מיט איבער אײן „אַכטעלע“, װי כינעזיש, יאַפּאַניש, קאָרעיש )האַנגול(. טעכניש גערעדט, שטיצט װים אונטער טעקסטן אין UTF-8 )װי מיט אַראַביש, פֿאַרסי, ייִדיש, עבֿרית( און „multi-byte“ טעקסטן, דאָס הײסט, שפּראַכן מיט גראַפֿישע אותיות קאָדירט מיט איבער אײן „אַכטעלע“, און אוניקאָד. טעקסט פֿאָרמאַטירונג און זעעװדיקע מאָדע: מיט װים קען מען אױסקלײַבן טעקסט „װי עס זעט אױס“ )מיט פֿאַרשטאַרקטע אותיות( אײדער מען באַאַרבעט אים, למשל איבערקאָפּירן, אױסמעקן, אונטערשטעלן אַ במקום, איבערשטעלן אָדער רעכס אָדער לינקס, פֿאַרבײַטן די גרױס פֿון די אותיות, פֿאָרמאַטירן דעם טעקסט, קאָנסערװירנדיק אײַנגעצײנדלטן טעקסט. װים לאָזט איר זאָלט אױסקלײַבן און באַאַרבעטן קװאַדראַטישע טעקסט שטחים אױך. דערגענצן באַפֿעלן: װים האָט באַפֿעלן צו דערגענצן די אַרײַנשרײַב, אָדער מיט באַפֿעלן, מיט טעקע נעמען, אָדער מיט װערטער. אױטאָמאַטישע באַפֿעלן: װים האָט אױטאָמאַטישע באַפֿעלן, װי, למשל, אױטאָמאַטישע דערגעטנצן פֿון אײַנגעקװעטשטע טעקעס. אַרײַנשרײַב פֿון צװילינג־אותיות. װים לאָזט מען זאָל אַרײַנשרײַבן ספּעציעלע אותיות דורך אַ קאָמבינאַציע פֿון צװײ אותיות )װי, למשל, L מיט + מאַכט „ל“(, און מען קען דעפֿינירן נײַע קאָמבינאַציעס דערצו. טעקע־פֿאָרמאַט אױסשפּירן און איבערזעצן: װים שפּירט אױס און דערקענט דעם פֿאָרמאַט פֿון טעקעס )DOS, Mac, Unix( און לאָזט איר זאָלט זײ אױפֿהיטן אין אַ צװײטן פֿאָרמאַט; מען דאַרף מער ניט פּראָגראַמען װי unix2dos אױף Windows! געשיכטע: װים געדענקט פֿריערדיקע באַפֿעלן און זוכנעשין, מען זאָל קענען צוריקברענגען פֿריערדיקע באַפֿעלן אָדער זוך־צילן און זײ רעדאַגירן. רעקאָרדירונג: װים קען רעקאָרדירן אײַערע באַאַרבעט־באַפֿעלן און זײ נאָכשפּילן כּדי נאָכצוטאָן אַרבעטן װידעראַנאַנד. זכּרון גרענעצן: װים האָט זײער פֿאַרברײטע גרענעצן איבער „װי“ אין שורה־לענג און באַהאַלט־אָרט גרױס. מער װי אײן באַהאַלט אָרט און געשפּאָלטענער עקראַן: װים לאָזט איר זאָלט רעדאַגירן מיט מער װי אײן באַהאַלט אָרט, און איר קענט שפּאַלטן דעם עקראַן צו שאַפֿן אַ סך פֿענסטער, אי האָריזאָנטאַליש, און אי װערטיקאַליש, כּדי איר זאָלט קענען זען אַ סך טעקעס אָדער טײלן פֿון אײן טעקע. נומערישע פֿאָרשרײַבוגנען צו באַפֿעלן: װים לאָזט מען זאָל פֿאָרשרײַבן אַ נומער צו מער באַפֿעלן װי „װי“, למשל צו דעם put באַפֿעל. טעקעס בשעת אָפּערירן )הילף און סינטאַקס(: װים האָט אַן ערך 70 הילף־טעקעס, איבער 2000 קילאָבײַטן טעקסט, װעגן באַפֿעלן, אָפּציעס, עצות אױף צופּאַסן און רעדאַגירן. עטלעכע הילף־טעקעס זײַנען ספּעציפֿיש צו באַזונדערע אָפּערעיר־סיסטעמען. באַפֿעל־פּראָגראַמען: װים פֿאַרמאָגט אַ שפּראַך צוליב שרײַבן באַפֿעל־פּראָגראַמען. מיט איר קען מען פֿאַרגרױסן דעם פֿאַרנעם פֿון װים. זוך־צולײג: װים לאָזט אַז זוך־באַפֿעלן זאָלן האָבן צולײגן מען זאָל קענען שטעלן דעם לױפֿער נאָך דעם געזוכטן טעקסט. סעסיע תּחית המתים: װים האַלט אינפֿאָרמאַציע װעגן אַ רעדאַגיר־סעסיע אין אַ טעקע )viminfo( װאָס העלפֿט אין אַרײַנברענגען זאַכן פֿון אײן סעסיע אין דער צװײטער, װי למשל, דאָס באַהאַלט אָרט רשימה, טעקע אָנװײַזונגען, און געשיכטע פֿון באַפֿעלן און זוכענישן. טאַבוליר־קלאַװיש דערגענצן: װים קען דערגענצן טאַבוליר־קלאַװישן אין דעם טעקסט מיט לאָך־אותיות )expandtab, :retab(. הענטלעך: װים קען געפֿינען טעקסט אין טעקעס דורך אַן אינדעקס מיט „הענטלעך“ צוזאַמען מיט באַפֿעלן װעגן אַ העפֿטל הענטלעך. טעקסט אָביעקטן: װים פֿאַרשטײט אַ סך טעקסט־אָביעקטן )פּאַראַגראַפֿן, זאַצן, װערטער, אַלע אָדער מיט אָדער אָן לײדיק אָרט אַרום( און לאָזט מען זאָל צופּאַסן אַ דעפֿיניציע צו די־אָ אָביעקטן. סינטאַקס־פֿאַרב: װים װײַזט באַפֿאַרבטן טעקסט, לױט זײַן „פּראָגראַם שפּראַך“. מען קען דעפֿינירן אַלײן די שפּראַך, דאָס הײסט, דעם סינטאַקס, פֿון די טעקעס. װים קומט מיט איבער 200 סינטאַקס טעקעס צו באַפֿאַרבן פּראָגראַמען אין, למשל, Ada, C, C++, Eiffel, Fortran, Haskell, Java, Lisp, Modula, Pascal, Prolog, Python, Scheme, Smalltalk, SQL, Verilog, VisualBasic, מאַטעמאַטישע באַפֿעל־פּראָגראַמען )Maple, Matlab, Mathematica, SAS(, פֿאַרצײַכטנטער טעקסט )DocBook, HTML, LaTeX, PostScript, SGML-LinuxDoc, TeX, WML, XML(, פּראָגראַם אַרױסשרײַב )diff, man(, צופּאַס־טעקעס פֿאַר פּראָגראַמען )4DOS, Apache, autoconfig, BibTeX, CSS, CVS, elm, IDL, LILO, pine, procmail, samba, slrn(, טערמינאַל באַפֿעל־פּראָגראַמען )sh, bash, csh, ksh, zsh, awk, Perl, sed, yacc(, סיסטעם טעקעס )printcap, .Xdefaults(, און דאָך װים אַלײן און זײַנע הילף־טעקעס. ספּעציעלע קאָדן: װים קען זיך אינטעגרירן מיט Perl, Tcl, און Python. װים קען אַרבעטן װי אַן OLE אױטאָמאַציע באַדינער אונטער Windows. װים קען מען אױך אינסטאַלירן מיט קאָדן פֿאַר X-Windows, מיט צופּאַסיקע מעניוס און מײַזל אונטערשטיץ. און נאָך. און נאָך! װײַז־צעטלעך: װימס הײמזײַטל אױף אינטערנעץ: http://www.vim.org/ אַ פֿאַרגרעסערטע דערקלערונג פֿון װימס פֿעיקײַטן: http://www.vim.org/about.php מחבר און איבערזעצער: אָריגינעל: סװען גוקעס guckes@vim.org דערהײַנטיקט: מאָנטיק 12 מאַרץ, 2001 איבערזעצונג: רפֿאל פֿינקל raphael@cs.uky.edu דערהײַנטיקט: דינסטיק 14 אױגוסט, 2001 vim:tw=70 rl